Follow this link to join my WhatsApp group: chat.whatsapp.com/J5itBwozzv…
"ווי גיילעך": נאך פונעם היינטיגן שמחת החתונה לבן הרבני הנגיד ר' מרדכי קרויס הי"ו, מגדולי תומכי מוסדות הקודשים תולדות אהרן, וועלכע איז פארגעקומען אין שטאט בית שמש.
ביי תפילת מעריב יעצט אויפדערנאכט איידער די שמחת הוואכטנאכט, לבן הנולד ביי ביים בנש"ק און מגי"ש ר' אשר יונה הורוויץ שליט"א, אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדעלעטין, איז געזעהן געווארן דעם רבי'ן צוגיין צום עמוד אויף די בארימטע 'פאפ-א-נאש' פעקלעך באקס.
פרעזידענט טראמפ באשולדיגט זעלענסקי אז ער וויל נישט ענדיגן די מלחמה! טראמפ זאגט אז די אוקראינישע אטאקעס אויף די רוסישע דיזעל רעפיינעריס האבן א נעגאטיווע השפעה אויף אמעריקאנער פארמערס און ביזנעסער, און עס שטערט אויך די שלום געשפרעכן. ער טענה'ט אז ער האלט זיך צוריק פון נעמען פרישע שריט קעגן רוסלאנד כדי צו האלטן מאסקווע אינוואלווד אין די געשפרעכן. "איך וויל אז די מלחמה זאל זיך ענדיגן!"
בתופים ובמחולות: ירושלימער קעדאטשקירער יענקעלע קארנבליט ווערט געזעהן אין א ריקוד ברחובת ירושלים ביי א שמחת הכנסת ספר תורה אין שטאט (קרעידט: א. אייזנבאך)
רעגירונגס שפענדונג ציפערן צייגן אז די פעדעראלע בוזשעט דעפיציט פון די פאראייניגטע שטאטן איז געשטיגן אין לויף פון 2026 מיט גאנצע צוועלף פראצענט, גרייכנדיג 1.992 טריליאן דאללער.
אויסער די צוויי יארן פון קאוויד, 2020 און 2021 ווען די רעגירונג האט געספענדט גאר אסאך, איז די דאזיגע שפרונג פון צוועלף פראצענט די גרעסטע בודזשעט דעפיציט פון די פעדעראלע רעגירונג, גרייכנדיג א רעגירונכ שפענדונג פון נאנט צו זיבן און א האלב טריליאן דאללער.
אז פרעזידענט טראמפ קומט ארויס מיט אן אינדארסירונג פאר ביבי נתניהו צו די בעפארשטייענדע אלעקשאן אין מדינת ישראל, מיינט דאס אז יש דברים בגו, און ער וועט פשוט לדעתי געווינען די וואלן, און דערביי גענדיגט זיין שטילקייט ארום די פארמעסט ערשיינענדיג מיט אן אפיציעלע אינדארסירונג, אים אויסלויבנדיג אלס א גוטער פריים מיניסטאר און א שטארקע שותף אין קאנפראנטירן איראן.
בארימטער עסקן און איזראעלי זשורנאליסט טיילט מיט א זיס-הערליך ווידיאו פונעם שמחת החתונה לבן הרבני הנגיד ובעל צדקה ר' מרדכי קרויס הי"ו, וועלכער איז פון די גרעסטע תומכים פון די מוסדות הקדושים תולדות אהרן. רבו הגדול, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, איז פערזענליך געקומען ספעציעל קיין בית שמש סידור קידושין צו זיין ביי די שמחה, טראץ וואס אינעם זעלבן טאג פון די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן איר אייניקל אין ירושלים.
כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ארץ ישראל בקרב חסידיו, איז היינט פארמיטאג אנגעקומען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים, פו דארט איז די רבי ארויסגעפארן קיין גליל מתפלל זיין ביי די קברי צדיקים, ביים ציון הק' פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אין אתרא קדישא מירון, און ביים ציון הק' פון זקינו כ"ק אדמו"ר מסטוטשין זצ"ל לקראת די הילולא קדישא וואס געפאלט דעם דינסטאג ט' חשון.
איך ווייס נישט אויב מ'קען דאס אנרופן א "שיין בילד", אז א חרדישער איד, בפרט אזוי יונג און טראגיש, זאל שוין דארפן שמאכטן ביי די משטרה.
ווילדע ראיאטירער האבן זיך אריינגעבראכן און וואנדאליזירט דעם בית המדרש אויף בורנאף סטריט אין פאריז.
וואס איז פשט אז יונגע סטודענטן, וואס פראטעסטירן לכאורה איבערן שוואכן מצב פון די פראנצויזישע עדיוקעישאן סיסטעם, זאלן אטאקירן א בית המדרש? קען זיין אז עס ליגט אסאך מער אונטער די יעצטיגע פראטעסטן וואס די מעינסטרים מידיא פרובירט צו באהאלטן און נישט באריכטן?
וואס גייט פאר איבער אייראפע?
פראנקרייך איז שוין נישט אליין אינעם קריג. מאסיווע ראיאטן האבן נארוואס אויך אויסגעבראכן אין מילאן, איטאליע. א גרופע פון אימיגראנטן באנדעס און אנטיפא עקסטרעמיסטן אטאקירן פאליציי אפיצירן און צינדן אונטער פייערן אין צענטער פון שטאט.
היינט מוצאי שבת ביינאכט אין טיימס סקוועיר אין מאנהעטן, ווערן געזעהן א גרופע משיח'יסטישע בחורים איבערנעמען די קאנטראל פונעם פלאץ אלס א טייל פונעם אזויגערופענע מנהג פון 'הפצה' ביי קידוש לבנה. און דער יעניגער שרייבט נאך צו מיט:"כפי הוראת כ"ק אדמו"ר שליט"א מלך המשיח"...
איך קען עס פשוט נישט פארשטיין; דו קומסט אפיציעל פארטרעטן דעם חרדישן ציבור און די ארטיגע תושבים, און דו רופסט זיך גאר אונטער דעם נאמען. למעשה אבער, זיצטו אויף די ארטיגע מידיא און דו טוסט פונקט דאס פארקערטע; דו בארעדסט דעם היימישן עולם, סיי בנוגע די גאנצע מעשה פון אקטאבער דעם זיבעטן און סיי אין אלגעמיין. איך האב פשוט נישט קיין שום השגה וואס דא איז געשען.
פרוי זיוה גלאנץ, א מיטגליד פונעם "הציבור החרדי" @hatziburha פארטיי, אין א ווידיאו אויפן ענגלישן שפראך (עטוואס אסאך בעסער ווי די אידישע קאמפיין ווידיאו דורך @NechumiYaffe).
נחומי יפה, @hatziburha, די קאנדידאט אויף די ליסטע פונעם "הציבור החרדי", אין א ווידיאו אויף אידיש (אויב מ'קען עס אנרופן בכלל אידיש...).
הולך ונבנה: אין שטאט בארא פארק ווערן געזעהן די פלייסיגע ארבעטער ביי דער עבודת הקודש ביים גיגאנטישע בנין ביהמ"ד החדש דקהל עטרת צבי דליסקא, וואס ריקט זיך פאראויס צום קומענדיגן שלב, להחזיר עטרה ליושנה.
די פראנצויזישער אידישע געמיינדע איז חלולה א ציל פאר די מוסלעמענער עקסטרעמיסטן:
היות א גרויסע חלק פון די וואס פירן אן די ראיאטן זענען מוסלעמענער עקסטרעמיסטן און עקסטרעם לינקע, ווערט די גאנצע אנארכיע שנעל אויסגענוצט פאר אנטיסעמיטיזם. די מיניסטעריום פאר תפוצות אין ארץ ישראל האט לעצטענס געווארנט די פראנצויזישע רעגירונג אז די פראטעסטן אין די היי-סקולס זענען פארוואנדלט געווארן אין א פלאטפארמע פאר אנטיסעמיטישע העצע, וואו מוסלעמענער סטודענטן האבן ארויסגעוויזן סוואסטיקעס און משפחות האבן מורא ארומצוגיין מיט אידישע סימבאלן אין די גאסן.
דער מצב איז אזוי שטארק אנגעצויגן, אז די פאליציי אין פאריז האט אפיציעל פארבאטן עטליכע ריזיגע עקסטרעם לינקע און פרא-פאלעסטינער פראטעסטן, אריינגערעכנט די פלאנירטע הפגנות ארום דעם אקטאבער 7, אויס מורא אז דאס וועט פירן צו שרעקליכע טעראר אטאקעס און געוואלדטאטן קעגן אידן און בתי מדרשים. אין איין פאל האט מען וואנדאליזירט א מדינת ישראל פאן ביי א פובליק אויסשטעלונג אין פאריז מיט בלוט-רויטע פארב.
צוליב דעם שרעקליכן מצב וואו אידן פילן זיך נישט פארזיכערט, האט דער איזראעלי פרעמיער מיניסטער נתניהו באפוילן פאר די מיניסטארן אהנצוצייכענען אן אפיציעלע עמערדזשענסי פלאן פאר א מאסיווע כוואליע פון עליה פון פראנצויזישע אידן.
קיין שום איד איז נישט שולדיג אין דעם חורבן דארט, אבער ווי שטענדיג, ווען די פאריזער גאסן קאכן מיט מוסולמענער אנארכיע – זענען די אידן די ערשטע וואס דארפן זוכן א מקום מקלט. זאל די אויבירשטע האלטן זיין רעכטע האנט.
דער הויפט פונקט פון דעם יעצטיגן קריזיס אין פראנקרייך דרייט זיך ארום דעם פרעזידענט עמנואל מאקראן. דער אמת איז אז דער פראנצויזישער עולם קען אים פשוט נישט סובל זיין. ביי דעם דורכשניטליכן בירגער ווערט מאקראן אנגעקוקט אלס אן "עליטיסט", א מענטש פון די הויכע פענסטער וואס פארשטייט נישט דעם דחוק'דיגן מצב פון די שווער ארבעטנדיגע פראנצויזן.
זיין רעגירונג ליידט שוין א לאנגע צייט פון א מאנגל אין פובליק לעגיטימיטעט צוליב עקאנאמישע דורכפעלער און קאנטראווערסיאלע רעפארמען, וואס דאס האט אנגעצונדן א פולווער-פאס. אבער דא קומט די גרויסע איראניע: כאטש וואס די ברייטע מאסן מענטשן וואס קומען ארויס פראטעסטירן זענען פשוט'ע בירגער וואס זענען באמת אומצופרידן מיט מאקראן, האבן אבער די עקסטרעם-לינקע און מוסולמענער עלעמענטן אינגאנצן פארכאפט דעם פראטעסט. זיי האבן פארוואנדלט א לעגיטימען פאליטישן קאמף אין אן אנארכיסטישע גאסן-קריג וואס סטראשעט די גאנצע אינערליכע זיכערהייט פון פראנקרייך.
די גרעסטע דאגה יעצט אין פראנקרייך איז דאס וואס די רעגירונג און די פראנצויזישע פאליציי ווייזן ארויס א געוואלדיגע שוואכקייט. די פאליציי כוחות האבן מורא אריינצוגיין אין געוויסע געגנטער וואס זענען אונטערגעצונדן געווארן, און דאס גיט פאר די רייאטירער נאך מער מוט און קוראזש אנצוהאלטן ווייטער מיט זייערע ווילדע שטיק.
פילע אינטערנאציאנאלע קאמענטאטארן באצייכענען דעם קריזיס אלס א פאטאלע קלאפ פאר פראנקרייך, וואס דאס צייגט קלאר דעם דורכפאל פון איר "מולטי-קולטורעלע" פאליסי אין די לעצטע צענדליגער יארן. ווען מ'ברענגט אריין מאסן אימיגראנטן אן קיין שום אמת'ע אסימילאציע, און אין די זעלבע צייט לאזט מען די לינקע אנארכיסטן קאנטראלירן דעם פאליטישן שמועס – דאס זענען די ביטערע תוצאות.
פראנקרייך ברענט שוין א גאנצע חודש צייט. מאקראן איז גאר שטארק אומבאליבט ביי די מאסן, אבער די גאסן זענען אינגאנצן איבערגעגעבן פאר די עקסטרעם-לינקע און די מוסלעמענער כוחות וואס זוכן פשוט חרוב צו מאכן די גאנצע רעגירונג-סטרוקטור. אויב די רעגירונג וועט נישט אנהייבן נוצן אן אייזערנע האנט, קען די גאנצע סיטואציע פירן צו אן אמת'ן חורבן.
די רעגירונג און רוב באריכטן ווייזן קלאר אן אויף עקסטרעם לינקע גרופעס (אולטרא-לינקע, אנארכיסטן, און פארשטעלטע יונגווארג מיט מאסקעס) וואס האבן זיך אנגעשלאסן צו די פראטעסטן און דאס פארוואנדלט אין געוואלדטאטן. דאס איז א באקאנטע פראנצויזישע ערשיינונג, אז פרידליכע דעמאנסטראציעס ווערן אויסגענוצט דורך ראדיקאלע לינקע עלעמענטן.
אין די זעלבע צייט, זעט מען אין די ברייטערע בילד נאך אנדערע פאקטארן וואס שפילן א ראלע. פראנקרייך מוטשעט זיך שוין יארן לאנג מיט פראבלעמען אין די "באנליעז" (די שטעטלעך ארום די שטאט) וואו עס געפינען זיך גרויסע מוסלעמענער און אימיגראנטן באפעלקערונגען, וואס זענען נישט גוט אסימיליזירט געווארן. עס איז דארט דא א סארט "איסלאמא-גאשיסטן" בונד, א פארבינדונג צווישן די לינקע און די מוסלעמענער, צווישן די אלטע עקסטרעם לינקע און די יונגע חברה פון די דאזיגע געגנטער. ביי די פריערדיגע מהומות האבן די באנליעז געשפילט א הויפט ראלע. געוויסע באאבאכטער און עדות זאגן אז מ'זעט אויך יעצט עלעמענטן פון די דאזיגע קרייזן, פאלעסטינער פלאגס און אן אלגעמיינע אומצופרידנהייט וואס גייט פיל ווייטער ווי בלויז די פראבלעמען אין די שולעס. די הויפט באשולדיגונג פון די אויטאריטעטן איז אבער נאך אלץ געצילט קעגן די עקסטרעם-לינקע, בשעת די מוסלעמענער און באנליעז זייט פון די מעשה ווערט באטראכט אלס א טיפערע פראבלעם וואס ציט זיך שוין לאנגע יארן.
נאכ'ן געהויבענעם מעמד 'פתיחת הזמן' פאר די בחורי הישיבה דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אינעם נייעם הערליכן ביהמ"ד הגדול דבאבוב 45 אין בארא פארק, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברי התעוררות לקראת דעם נייעם זמן, זענען די תלמידי הישיבה אריבער לפני הקודש מקבל צו זיין ברכת קדשו. ביי די געלעגנהייט האט מען אויסגעטיילט פאר די בחורים ניס פון די משיירי נוי סוכה כנהוג, וואס די בחורים פירן זיך צו האלטן אינעם תפילין בייטל אלס א סגולה.
















